Back to Top

Yidi Bialostozky - Pajamele Lyrics

Yidi Bialostozky - Pajamele Lyrics
Official

אין בוכנוואלד יאר תש"ה,
זענען געווען מיט מיר גערער חסידים צוויי,
דערציילט מיר דער רב ר' ישראל מאיר שליט"א
ר' לייבל פשיגורסקי מיט משה'לה זיין זוהן,
פון פיוטריקוב האבן זיי געפירט אהין,
די דייטשע באנען ווי שאעפעלעך צום שחיטה.
שבת הגדול איז ר' לייבל געווארן שוואך
און די מצב איז געווען עד כדי כך
אז מ'האט ארויסגעשיקט זיין זוהן ער זאל נישט צוזעהן זיין טאטנ'ס פטירה.
נאכן ליידן יסורים געפערליכע
האט ר' לייבל א איד אן ערליכע
צוריקגעגעבן זיין נשמה פארן גרויסן מנהיג לבירה.
אין בוכנוואלד איז קיין לוויות נישט דא,
די קרימעטאריום פירט אויף עולם הבא,
משה'לה בעהט זיך ביי די אידן דארט איין רגע, טוטס ענק נישט יאגן,
קיין לוויה וועט מיין טאטע נישט האבן,
און מ'וועט אים לא עלינו נישט קענען באגראבן,
ברענגטס מיר א סידור'ל, כאטש קדיש וועל איך זאגן
זאגן זיי אינגעלע, אין לאגער איז קיין סידור פארהאן,
מ'האט אלעס אוועקגענומען פון אונז אויפן וועג צום באן,
מיר קענען דיר נישט העלפן בשום אופן,
אבער איינער זאגט אים שטילערהייט אריין אין אויער
אז וואו מען וואשט די וועש ביים לאגער'ס טויער,
דארט קענסטו שאפן א סידור, אבער שנעל, דו מוזט לויפן.
דארט ארבעט אן אלטער איד ר' סנדר
וואס איז געקומען מיט די ערשטע טראנספארט פון די דייטשלענדער
ער האט אריינגעשמאגלט א סידור, משה'לה לויפט אהין,
ער קומט אן און בעהט ר' סנדר דעם ספר,
אבער דער יעקע ענטפערט מיט א קול א שטייפער,
אינגעלע, א סידור? מאכסט זיך נאריש? וואס מיינסט ס'איז א גערער שטיבל דא?
ער דרייט זיך צוריק צום וואש מאשין.
ר' סנדר די וועש ווייטער ער וואש,
אבער משה'לה נעמט ארויס א שטיקל ברויט פון טאש
איך ווייס דו האסט א סידור, איך בעהט דיך איך וויל עס פון דיר בארגן
איך ווייס אז שבת קודש טאר מען טאקע נישט פאסטן,
אבער איך וויל זאגן קדיש אויף מיין טאטע און אליין איך פסק'ן
גאט וועט מיר שוין מוחל זיין, דא האסטו מיין שטיקל ברויט, מיין עסן פון מארגן.
סנדר זעהט ווי משה'לה מיינט עס באמת,
איך דארף נישט די ברויט, דא צוריק נעם עס,
ער לויפט שנעל ארויס, און ברענגט צוריק א סידור באהאלטן אונטער אן אלטע שמאטע,
די סידור משה'לה ביי דיר האלט
איך וועל נישט איבער לעבן איך בין שוין אלט
נו זאגשע קדיש לעלוי נשמת דיין טאטע..
אבער איין מינוט ס'נישט דא קיין מנין,
אונז זענען נאר צוויי אליין אין די גאנצע בנין,
מען קען נישט זאגן קדיש צוויי מענטשן אליין
משה'לה געט א ווייז אויפן שטריק,
דארט הענגען פידשאמעס פון אידן וואס האבן געלעבט ביז אפאר שעה צוריק
זיי זענען אלע נשמות, הייליג לויטער און ריין
איין פידשאמעלע א איד פון ורשה
נאך א פידשאמעלא א איד אן אונגארישע,
פידשאמעלעך פון לאדז, זגערש, און קליין- ווערדיין,
מיך און דיר צוזאמעלעך
כ'וועל מצרף זיין אכט פידשאמעלעך
און זיי וועלן נאכענטפערן אמן!
יתגדל ויתקדש,
זאגט משה'לה מיט געוויין,
שמיה רבא,
ר' סנדר ענטפערט אמן!
ויצמח פרקניה,
משה'לה גיסט טרערן ים'עלעך,
ויקרב משיחיה,
עס וויינען מיט די פידשאמעלעך!
בריך הוא לעילא,
אן עליה פאר מיין טאטעס נשמה,
תשבחתא, ונחמתא,
וויאזוי וועל איך האבן א נחמה?
בחייכון וביומיכון,
די נשמות די פלאמעלעך,
ובחיי דכל בית ישראל,
עס לעבן דאך די פידשאמעלעך!
ר' משה'לה פשיגורסקי האט איבער געלעבט די קריג מיט וואונדער,
געקומען קיין ישראל מחנך געווען אידישע קינדער,
א הערליכע משפחה אויפגעשטעלט,
נאך א לאנגע לעבן פון אויפטוהן פאר אידישקייט,
בשיבה יפה רוהיגערהייט,
איז ר' משה'לה פשיגורסקי אוועק פון דער וועלט.
די רב שליט"א האט מספיד געווען ביי זיין לוויה,
משה'לה, גיב א קוק ס'איז א דור א נייע,
אזוי שיין אויפגעבויט נאכן מלחמה,
זאגן קדיש מיט דיין קינדער צוזאם-וועל'יך
מען דארף נישט מצרף זיין קיין פידשאמעלעך.
גיי אין גן עדן, ווייל אין הארץ איז שוין דא א נחמה.
יתגדל ויתקדש,
שטייען זיין קינדער ארום די מיטה,
שמיה רבא,
גרויס איז זיין נאמען די גוטע,
יהא שלמא רבא,
אין הארץ געפילן ווארעמע'לעך
וחיים טובים עלינו,
אבער געדענקען וועט מען די פידשאמעלעך!
זאג איך דיר גרויסער גאט,
מיין פידשאמעלעך, מיין מסירת נפשות,
שטיקלעך פון מיין לעבן,
זיי האבן אלע ממשות,
איך האב זיי פאר דיר געגעבן,
באשעפער מיינע נסיונות מיין צרות,
מיין פריוואטע ענין,
ביי דיר אין קעשענע שפאר עס,
זיי עס מצרף צו מנין
[ Correct these Lyrics ]

[ Correct these Lyrics ]

We currently do not have these lyrics. If you would like to submit them, please use the form below.

We currently do not have these lyrics. If you would like to submit them, please use the form below.

English

Writer: Yidi Bialostozky
Copyright: Lyrics © O/B/O DistroKid

Yidi Bialostozky - Pajamele Video
(Show video at the top of the page)

Performed By: Yidi Bialostozky
Language: English
Length: 8:59
Written by: Yidi Bialostozky
[Correct Info]
Tags:
No tags yet